עזה פאס אדער עזה־שטרײַף איז א ברעג ים לאנגער שמאלער באדן לעגאויס דעם מיטללענדישן ים, גרעניצענדיג זיך מיט עגיפטן אויף איר דרום-מערב און ארץ ישראל צו איר צפון-מזרח.
]עס איז בערך 25 מייל לאנג און 4 ביז 7 און א האלב מייל דאס ברייט. וואס צוזאמן איז דאס דער טאטאלער גרויס פון 139 סקוועיר מייל. אינעם עזה פאס וואוינען 1.4 מיליאן פאלעסטינער. דער טאריטאריע נעמט איר נאמען פון די שטאט עזה וואס איז איר הויפט סיטי. עס האט א 1.4 מיליאן איינוואונער, וואס אלע זענען זיי פאליסטינער. די פאס פאר זיך און די פאפולאציע דערין זענען געפירט דורך די פאליסטינער נאציאנאלער אויטאריטעט, כאטשיג איצט נאכן קריזיס דארטן ווי די כאמאס מיליטאנטען האבן אומגעווארפן די קאנטראל פון פאטאך אום יוני 2007. ארץ ישראל טוט נאכאלטץ קאנטראלירן די לופט העכער עזה פאס און אויך די ים פארקער פון שיף'ען וואס קומען און גייען. עס איז איצט נישט אנעקענט דורך קיינעם אז עס געהערט פאר עפעס א זעלבסטשטענדיגקער לאנד. |
|
最新喜欢:![]() |